Season 2 Episode 6
גוט־יום־טובֿ טײַערע צוהערערס און זײַט באַגריסט.
דאָס איז פּראָסטע ייִדיש און איך הײס אסתּר.
װאָס הערט זיך?
שױן אינעם יאָר 5784 – אײַ, װי סע פֿליט די צײַט!
ס’איז דאָך יום־טובֿ, װעלן מיר האָבן אַ קורצן עפּיזאָד.
איך װעל רעדן אַ ביסל װעגן דעם פֿרילינג און אײַנפֿירן אַ נײַע עפּיזאָד־טײל – װאָס לײענט מען?
דאָס איז מײַן אײַנפֿאַל צו רעדן װעגן ייִדישע ביכער און ספּעציעל, ייִדישע ביכער פֿאַר סטודענטן.
איך האָף אַז עס װעט אײַך געפֿעלן.
נו, גוט.. איר זײַט גרײט צו הערן אַ ביסל ייִדיש?
לאָמיר הערן אַ ביסל פּראָסטע ייִדיש!
פֿרילינג
דער פֿרילינג איז שױן דאָ!
יאָ אין אױסטראַליע װוּ אַלץ איז איבערגעקערט מיטן קאָפּ אַראָפּ, קומט ראש־השנה פֿרילינגצײַט. טאַקע אַ נײַ יאָר!
אין מעלבאָרן איז דער װינטער נישט שטאַרק קאַלט – נישטאָ קײן שנײ אין שטאָט, אָבער ס’איז גרױ נאַס און איך פֿרײ זיך װען דער װינטער איז פֿאַרבײַ.
װינטער איז אױס – דער פֿרילינג איז געקומען!
װי איז דער פֿרילינג אין מײַן שטאָט?
אַ מאָל בלאָזט אַ שטאַרקער װינט פֿרלינגצײַט [sic] פֿרילינגצײַט אָבער די װאָך איז װאַרעם און זוניק. מען קען אַרױסגײן אָן אַ סװעטער, אָן אַ זשאַקעט – אַ מחיה!
און עס זײַנען דאָ אַ סך בלומען אומעטום – מען קען שמעקן יאַסמין אין אַלע גאַסן און לאַװענדל אױך. אױך די בײמער בליען אױף – עס זעט אױס אַזױ שײן.
און די אױסטראַלישע בלומען זײַנען אױך פּרעכטיק.
די װאַטעל בײמער בליען [sic] בליִען אױף מיט טױזנטע גאָלדענע בלומען.
און אין מײַן גאָרטן שטײט אַ בױם װאָס הײסט דער פֿלעשל־בערשטעלע [בערשטל] בױם – פֿאַר װאָס?
װײַל עס האָט שײנע רױטע בלומען װאָס זעען אױס װי אַ בערשטל.
די אַלע גערטנער און פּאַרקן זעען אױס אַזױ שײן פֿרילינג.
און אַז עס איז װאַרעם גײ איך שפּאַצירן און קוקן אױף די בלומען.
איך האָב זײער ליב פֿרילינג אָבער עס זײַנען דאָ מענטשן װאָס האָבן פֿײַנט פֿרלינגצײַט[sic] פֿרילינגצײַט.
פֿאַר װאָס?
װײַל זײ לײַדן פֿון דעם הײפֿיבער! װען מען האָט אַלערגיעס איז דער פֿרילינג שװער.
צום געזונט!
צום לעבן!
צו לאַנגע יאָר!
װאָס לײענט מען?
זײַט באַגריסט אין ביכער װינקל, װוּ מען װעט רעדן װעגן װאָס מען האָט געלײענט – אױף ייִדיש אַװדאי!
מיר װעלן ספּעציעל רעדן װעגן לײען־מאַטעריאַלן װאָס זײַנען פּאַסיק פֿאַר סטודענטן.
אָ־קײ.. װאָס לײענט מען? נומער 1
איך האָב לעצטנס געלײענט צװײ ביכער פֿון אַ שרײַבער װאָס הײסט יעל סטראָם.
די ביכער הײסן שלמהל־בױמל מיטן מזלדיקן דרײדל און שלמהל־בױמל און די פּורים אַװאַנטורע.
בײדע זײַנען קלײנע ביכער װעגן אַ מוזיקער,אַ כּלי־זמר און זײַן שטעטל באָהוש.
זײ זײַנען יום־טובֿ מעשׂיות מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס.
איך מײן אַז סײַ קינדער, סײַ דערװאַקסענע װעלן האָבן הנאה פֿון זײ.
עפּעס נאָך – די ביכער זײַנען צװײשפּראַכיק.
אַז עפּעס איז נישט קלאָר אינעם ייִדיש טעקסט, קען מען אַ קוק טאָן אין דער ענגלישער זײַט און דערפֿאַר זײַנען זײ גוט פֿאַר די װאָס לערנען זיך ייִדיש.
און אַ דאַנק דעם װאָס דער שרײַבער, יעל סטראָם איז אַלײן אַ מוזיקער, אַ כּלי־זמר – האָט ער אױך געשריבן לידער פֿאַר די ביכער!
נאָר אַ פּאָר קריטיק האָב איך -אַ מאָל איז דאָס ייִדיש אַ ביסל מאָדנע און עס זײַנען װײניק פֿרױען אין די ביכער – די העלדן זײַנען אַלע מענער.
אָבער שלמהל־בױמל און זײַנע פֿרײַנד זײַנען טאַקע מלא־חן (מלא חן) און די ביכער זײַנען גאָר שײן.
אַז איר װילט זען די שלמהל־בױמל ביכער גיב אַ קוק אין די עפּיזאָד באַמערקונגען – די show notes. [מען קען זען די ביכער דאָ
און , װאָס לײענט איר?
אַז איר װיל שרײַבן אַ רעצענזיע, רעדן װעגן עפּעס װאָס איר האָט געלײענט – לאָזט מיר װיסן!
אַ דאַנק אַלע װאָס האָבן מיר געשריבן װעגן דעם פּאָדקאַסט – איך לײען אַלץ און איך פּרוּװ אײַנצופֿירן אײַערע עצות!
ביז מיר טרעפֿן זיך װידער – בלײַבט געזונט און שטאַרק!
װאָקאַבולאַר
| גוט־יום־טובֿ | gut-yontef | hello, happy holidays |
| פּראָסטע | simple, plain, common, of the masses! (Also: rude, coarse) | |
| דער פֿרילינג | spring | |
| אײַנפֿירן | to introduce (something new) | |
| עפּיזאָד־טײל | episode segment | |
| איבערגעקערט מיטן קאָפּ אַראָפּ | upside-down | |
| ראָש־השנה | rosh hashone | Jewish New Year |
| פֿאַרבײַ | over, gone past | |
| בלאָזט אַ שטאַרקער װינט | there’s a strong wind | |
| מחיה | mekhaye | pleasure, a delight |
| שמעקן | smell | |
| בליען אױף | blossom, bloom | |
| פֿלעשל־בערשטעלע בערשטל | bottle-brush brush | |
| האָבן פֿײַנט | hate, detest | |
| צום געזונט! צום לעבן! צו לאַנגע יאָר! | to health (said after 1st sneeze) to life (after 2nd sneeze) to many years (after 3rd sneeze) | |
| פּאַסיק | suitable | |
| מעשׂיות | mayses | stories |
| צװײשפּראַכיק | bilingual | |
| אַ דאַנק דעם װאָס | thanks to, because of | |
| װײניק | few | |
| מלא־חן | mole-kheyn | charming |
| אײַנצופֿירן | to introduce (something new) | |
| עצות | eytses | advice, ideas |